קאלאראדא – זעענדיג אז קאנגרעס איז ביז יעצט דורכגעפאלן צו פארבאטן דעם פארקויף פון שעדליכע "באמפ סטאקס" וואפנס, האבן פארשידענע סטעיט רעגירונגען און לאקאלע סיטי רעגירונגען אונטערגענומען אין די לעצטע וואכן שריט אויף דער אייגענער האנט, און באשטעטיגט געזעצן צו פארבאטן די "באמפ סטאקס" פארקויף. די באמפ סטאקס זענען ספעציעלע מאשינען וועלכע פארוואנדלען פשוט'ע ביקסן אין גאר מאכטפולע ביקסן צו קענען שיסן גאר א סאך קוילן אויפאמאל, און דאס האט דער שיסער סטיווען פעדאק גענוצט ביי דער מאסיווער שיסעריי אין לאס וועגאס מיט עטליכע מאנאטן צוריק, צו ברענגען מער פאטאליטעטן און פארוואונדעטע. פארוואונדעטע ביי דער לאס וועגאס שיסעריי, און פאמיליעס פון די אומגעקומענע, האבן שוין אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט, קעגן די פירמעס וועלכע פראדוצירן די "באמפ סטאקס", אבער קאנגרעס האט נישט גענומען קיין שריט, האבן דעריבער סיטיס און סטעיטס, אריינגערעכנט ניו דזשערסי, מאסעטשוסעטס, סאוט קאראליינע און קאלאראדא, גענומען אייגענע שריט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל