עסטרייך – אודע לאנדבאוער (Udo Landbauer), א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב דער עקסטרעם-רעכטער "פרידאם" פארטיי אין עסטרייך, וועלכער דינט אלס א מיניסטער אין דער עסטרייכישער רעגירונג, האט אפגעטרעטן פון זיין רעגירונג אמט, ברעכנדיג זיך פאר דעם דרוק פונעם פובליק, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז ער האט שייכות מיט א גרופע פון אפענע נעא-נאציס, וועלכע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן פארשפרייטן גאר העסליכע אנטיסעמיטישע ליטעראטור, אריינגערעכנט דאס אפלאכן פון די אידישע ליידן ביים צווייטן וועלט קריג, טראץ וואס לויט עסטרייכישע געזעצן איז קלאר אומלעגאל צו פארשפרייטן די סארט מאטעריאל. באזונדער האט די רעגירונג פארארדענט אן אויספארשונג איבער ווער עס האט געשריבן די העסליכע לידער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל