קאלאמביע – אין געציילטע וואכן ארום, וועלן פארקומען נאציאנאלע וואלן לענגאויס דאס לאנד קאלאמביע, און מען האט געזען די ערשטע צייכענעס פון אומרוען, ווען די "פארק" פארטיי האט געמוזט סוספענדירן איר געפלאנטע סעריע קאמפיין אויפטריטן אין פילע שטעט. ביז א יאר צוריק איז די "פארק" פארטיי געווען באקאנט אלס די "פארק רעבעלן גרופע", וועלכע האט געפירט א גורילע קריג קעגן דער קאלאמביער רעגירונג פאר די לעצטע פופציג יאר, אבער פאראיאר האבן זיי געשלאסן א היסטארישן אפמאך מיט דער רעגירונג, אז זיי וועלן קענען פארמירן א פאליטישע פארטיי, אויב זיי אנטוואפענען זיך. למעשה יעצט לויפן פילע פון די געוועזענע ברוטאלע פארק רעבעלן פאר פאליטישע אמטן, און טראץ וואס די רעגירונג האט געמאכט מיט זיי דעם אפמאך, זענען גרויסע טיילן פונעם פאלק נאכנישט גרייט צו פארגעבן פאר די רעבעלן פאר זייערע ברוטאליטעטן אין לויף פון די יארן. דעריבער פארמירן זיך פראטעסטן וואו אימער די פארק קאנדידאטן קאמפיינען, ברענגענדיג אז די פארטיי זאל סוספענדירן אירע קאמפיין אויפטריטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל