טראץ וואס אפיציעל האט די אסאד רעזשים אויפגעגעבן איר כעמישע און ביאלאגישע וואפן פראגראם אין 2013 טוט זי ווייטער נוצן און אפילו אנטוויקלן פרישע כעמישע וואפן לויט א באריכט פון די טראמפ אדמינסטראציע. א ווארטזאגער פאר די סטעיט דעפארטעמענט זאגט אז טראץ וואס די אסאד רעזשים האלט זיך אפ פון ערנסטע כעמישע אטאקעס אויף ציווילע באפעלקערונג אויס מורא פאר א רעאקציע פון די מערב וועלט, טוט זי אבער נוצן קלענערע דאזעס פאר געצילט אטאקעס, און לויט די אמעריקאנער קוועלער זענען אין די לעצטע וואכן גענוצט געווארן כעמישע וואפן אין דריי באזונדערע פעלער, און א אויספארשונג צייגט אז דאס זענען כעמישע וואפן וועלכע זענען נארוואס אנטוויקלט געווארן, ווארשיינליך מיט די הילף פון רוסלאנד. די טראמפ אדמינסטראציע האט אבער נאכנישט געמאכט קיין עפנטליכע סטעיטמענט דערוועגן.

בילד: טראמפ אדמינסטראציע: אסאד רעזשים אנטוויקלט ווייטער כעמישע וואפן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל