וואשינגטאן – א סעריע אויפדעקונגען זענען געמאכט געווארן אין די מידיא אין די לעצטע פאר טעג, ארום קארטער פעידזש, דער געוועזענער טראמפ קאמפיין ראטגעבער אויף וועמען די "פייסא געריכט" שפיאנאזש ערלויבענישן זענען ארויסגענומען געווארן דורכן יוסטיץ דעפארטמענט אונטער אבאמא. די רעפובליקאנער מעמא באשולדיגט אז די שפיאנאזש ערלויבעניש איז ארויסגענומען געווארן קעגן פעידזש, איז געווען באזירט בלויז אויף די קלינטאן-צוזאמגעשטעלטע "טראמפ דאסיער", אבער דער "וואל סטריט זשורנאל" באריכטעט, אז פעידזש איז שוין געווען אונטער אויפזיכט פון אמעריקאנער קאנטער-שפיאנאזש אגענטן זינט יאר 13', נאך איידער ער האט בכלל געהאט סיי וועלכע שייכות מיט טראמפ און נאך איידער טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט. באזונדער באריכטעט "טיים" מאגאזין אז אין יאר 13' האט פעידזש געשריבן אין אן אקאדעמישע זשורנאל, אז ער איז "א ראטגעבער פאר'ן קרעמלין".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל