אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געמאלדן, אז די סטעיט וועט צולייגן פרישע געלטער אין דעם "היעפ" פראגראם, צו העלפן מענטשן באצאלן זייערע הייצונג בילס. קאומאו זאגט אז די סטעיט אגענטורן האבן היי יאר ווינטער געזען א פערציג פראצענט שפרינג אין וויפיל מענטשן עס געבן אריין אפליקאציעס צו באקומען די היעפ געלטער, און וועגן דעם האט מען באשלאסן אויסצוברייטערן די געלטער, אז מער מענטשן זאלן קענען געניסן דערפון. יעדע פאמיליע וואס פארדינט ארום 53 טויזנט דאלאר א יאר, קען אריינגעבן אפליקאציעס צו באקומען די היעפ געלטער, און עקספערטן זאגן אז א מעגליכע סיבה פארוואס מער מענטשן האבן אריינגעגעבן היי יאר ווינטער צו באקומען די סטעיט הילף, איז צוליב וואס דער ווינטער האט געזען זעלטן-אסאך קאלטע טעג, וואס האט ארויפגעשרויפט די מאנאטליכע קאסטן פון הייצונג.

בילד: מער "היעפ" געלטער אין סטעיט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל