לאס אנדזשעלעס – די קאליפארניע סטעיט אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן בלאקירן סיי וועלכע טראנספארטן פון אויל וואס וועט געגראבן ווערן אונטער די נייע פערמיטן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע. מיט עטליכע וואכן צוריק, האט טראמפ געזאגט אז ער וויל אויסברייטערן אונטערוואסער גראבונגען פאר אויל אין די וואסערן און ימ'ען נעבן אמעריקאנער בארטן-שטעט, וואס דאס נעמט אריין קאליפארניע, און טראמפ'ס פלאן האט געברענגט א שטורעם ביי די אלע סטעיטס, וועלכע האבן געזאגט אז עס וועט שעדיגן זייער טוריזם אינדוסטריע און פישעריי אינדוסטריע, און אצינד האט קאליפארניע גענומען שריט, זאגנדיג אז סיי וועלכע אויל וואס וועט געגראבן ווערן אין די וואסערן נעבן זייערע בארטנס, וועלן זיי בלאקירן פון ארויפברענגט ווערן צו טרוקעניש און טראנספארטירט ווערן אויף סטעיט טעריטאריע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל