וואשינגטאן – די פעדעראלע "צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן" זאגט, אז עס זענען אינעם נארוואס-פארענדיגטן וואך געווען פרישע זעכצן קינדער פאטאליטעטן צוליב די פלו. אלעס אינאיינעם איז דער ציפער קינדער פאטאליטעטן פון די היי יעריגע סעזאן אנגעקומען צו 53, און די באאמטע ווארענען אז דער סעזאן איז נאכנישט אנגעקומען צו די ערגסטע פאזע. לויט די פרישע ציפערן, איז די פלו יעצט פארשפרייט נאר אין 48 סטעיטס, נאכדעם וואס אין ארעגאן האט מען די וואך כמעט נישט געזען קיין פרישע פעלער, און אין האוואאי איז שוין עטליכע וואכן נישטא קיין פלו פעלער. באזונדער זאגן די פעדעראלע אויטאריטעטן, אז די ציפערן און פראצענטן פון וויפיל פלו קראנקע דארפן אנצוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, שטייגט מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג, און האלט שוין כמעט ביים ברעכן א רעקארד פון צען יאר צוריק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל