וואשינגטאן – א הויכראנגיקער און לאנגיעריגער אמעריקאנער דיפלאמאט, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין אמט. די רעדע איז פון טאם שענאן, וועלכער איז דער דריט-העכסטער באאמטער אינעם סטעיט דעפארטמענט, און איז דער אונטער-סעקרעטאר פאר פאליטישע אנגעלעגנהייטן, וואס דינט שוין אינעם סטעיט דעפארטמענט פאר 35 יאר, אונטער זעקס פרעזידענטן.

שענאן האט לעצטנס געזאגט אין אן אינטערוויו, אז ביים ענדע פון אבאמא'ס קאדענץ האט ער געוואוסט אז זיין ארבעט און קאריערע איז פארטיג, אבער ער האט נישט געמאכט קיין אפענע רעפערענץ איבער טראמפ און דעם פאקט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע וויל פארקלענערן און אפשוואכן די סטעיט דעפארטמענט. עקספערטן זאגן אז שענאן'ס רעטייערמענט איז א פארלוסט פאר אמעריקע'ס דיפלאמאטיע איבער דער וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל