לאטיין אמעריקע – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט געלאזט הערן אז די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט ערנסט די מעגליכקייט פון ארויפשטעלן סאנקציעס און צוימונגען אויף ווענעזועלע'ס אויל האנדל. טילערסאן האט געזאגט די ווערטער ביים אנהייב פון זיין לענגערן באזוך אין לאטיין-אמעריקאנער לענדער, וואו ער האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האלט אן אויג אויפ'ן רעזשים פון ניקאלעס מאדורא, און ווארט אז ער זאל זיך צוריקקערן צו דער קאנסטיטוציע און אפשטעלן זיינע דיקטאטורישע שריט. אויב נישט, זאגט טילערסאן, וועט אמעריקע באטראכטן סאנקציעס אויף ווענעזועלע'ס אויל, וואס דאס וועט זיין א גאר דראסטישע שריט, נעמענדיג אין באטראכט אז ביז יעצט האט אמעריקע זיך אפגעהאלטן פון די סארט סאנקציעס, און האט אפילו ווייטער גענומען אויל פון ווענעזועלע, טראץ דעם אנגייענדיגן מצב.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל