ראקהיין – די אמעריקאנער רעגירונג, און לענדער פון איבער דער וועלט, האבן ארויסגעגעבן אן עמורדזשענסי רוף, אז עס זאל אונטערגענומען ווערן אן ערנסטע און זעלבסטשטענדיגע אויספארשונג אויף דער רעגירונג אין מיאנמאר, צו דערגיין דעם אמת איבער ברוטאליטעטן קעגן מוסולמענער מינאריטעטן דארטן. אין מיאנמאר קומען שוין פאר עטליכע מאנאטן בלוטיגע אומרוען אינעם ראקהיין ראיאן, וואו עס וואוינען הונדערטער טויזנטער רוהינגא מוסולמענער און זיי ווערן אונטערדרוקט דורך דער מיאנמארער רעגירונג, וואס האט געברענגט אומצאליגע פון זיי צו אנטלויפן. דער רוף פאר דער אויספארשונג קומט נאכדעם וואס מ'האט געהערט אז 2 "רויטערס" זשורנאליסטן, וועלכע זענען שוין דארטן ארעסטירט פאר 2 מאנאטן, זענען ארעסטירט געווארן פאר'ן אויפדעקן דעטאלן איבער 10 אומשולדיגע רוהינגאס, וועלכע זענען ברוטאל געשאסן געווארן און באגראבן געווארן אין א מאסן-באגרעבעניש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל