אטענס – נאענט צו 150 טויזנט גריכישע בירגער האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין די גאסן פונעם גריכישן הויפטשטאט אטענס, צו פראטעסטירן קעגן דעם וואס זייער שכן-לאנד רופט זיך נאך אלץ ביים נאמען מאקעדאניע. דער שטורעם איבער מאקעדאניע האט זיך אנגעהויבן אין יאר 991', ווען מאקעדאניע האט זיך אפגעריסן פון יאגוסלאוויע און איז געווארן א זעלבסטשטענדיג לאנד. דאן האט אנגעהויבן קרענקען פאר גריכנלאנד, אז ס'איז דא א לאנד נעבן זיי וואס רופט זיך אויפ'ן זעלבן נאמען ווי דער מאקעדאניע ראיאן אין צפון גריכנלאנד, און גריכנלאנד וויל אז מאקעדאניע זאל זיך טוישן נאמען, ווייל אז נישט איז דאס ווי אן אנדייטונג אז מאקעדאניע האלט אז דער ראיאן אין צפון גריכנלאנד באלאנגט פאר זיי. דערווייל וויל זיך מאקעדאניע נישט ברעכן פאר קיין שום פרייז.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל