וואשינגטאן - פעדעראלע געזונטהייט באאמטע זאגן, אז די פלו פארשפרייטונג פונעם היי יאריגן סעזאן, האט דערגרייכט צו א שטאפל אז מען קען עס ווען אין טעאריע דערקלערן אלס אן עפידעמיע. אן עפידעמיע ווערט נאר אפיציעל דערקלערט אויב מען זעט א נייע קרענק וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, אבער די יעצטיגע ״עיטש ען 32״ סארט פון די פלו, איז שוין געווען יארן צוריק שטארק פארשפרייט, און וועגן דעם קען מען עס נישט דערקלערן אלס אן עפידעמיע. עס איז ערווענט געווארן אז דאס לעצטע מאל וואס מ׳איז געווען נאענט צו אן עפידעמיע, איז געווען ביי דער שוויין-פלו פארשפרייטונג מיט פינף יאר צוריק. די פעדעראלע באאמטע זאגן אויך אז די צאל אומגעקומענע קינדער פון דעם היי יאריגן פלו סעזאן, האט דערגרייכט צו 65, און נאך אלץ זעט נישט אויס ווי דער סעזאן האלט זיך ביים ענדיגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל