היינט איז פארגעקומען אין די עפענונג פון די אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא און דערביי איז פאר די אויגן פון די גאנצע וועלט פארגעקומען א גאר דיפלאמאטישע דורכברוך אין די 50 יעריגע קריג צווישן די צוויי קארעאס ווען ביידע לענדער האבן אפגעהאלטן א געמיינזאמע פאראדע אונטער א געמיינזאמע פאן, און אזוי אויך האט דער פרעזידענט פון סאוט קארעא זיך פרעזענליך באגריסט מיט פארשטייער פון די העכסטע פענסטער אין נארט קארעא. ביי די עפענונג צערעמאניע איז אויך געווען אנוועזנד דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס וועלכער איז געזיצן נעבן די פארשטייער פון נארט קארעא אבער האט זיך צוריקגעהאלטן פון זיי באגריסן. אינדרויסן פונעם סטאדיום איז פארגעקומען מאסן פראטעסטן קעגן דעם רעזשים פון צפון קארעא ווי די דעלעגנאטן פון צפון קארעא זענען פארשריגן געווארן איבער זייערע גרויזאמע מענטשן רעכט פארלעצונגען.

בילד: פענס ביי עפענונג פון אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל