שיקאגא – עטליכע פליגערס זענען פארשפעטיגט געווארן און געציילטע זענען אפילו אפגעשאפן געווארן, נאכדעם וואס א זיכערהייט שרעק איז אנטשטאנען אין א לאקאלן לופטפעלד אין אילינאי. דער אינצידענט האט פאסירט אין דער שטאט פיאריע, אילינאי, וואו א פארשוין האט גענוצט א גערויבטן קאר און האט אריינגעקראכט אינעם הויפט טערמינאל, אריבערפארנדיג די זיכערהייט צוימען און אריינפארנדיג אין א פארבאטענע זאנע. דער פארשוין איז דאן געלאפן צופיסנס אין דער זאנע, פרובירנדיג זיך איינצוברעכן אין א פארקירטער פאליציי אויטא, ביז ער איז סוקסעספול ארעסטירט געווארן. דער אינצידענט האט געפירט דערצו אז טיילן פונעם לופטפעלד זענען עוואקואירט געווארן, און עס איז געווען אפגעשפארט פאר עטליכע שטונדן ביז שבת נאכמיטאג, אבער די אויטאריטעטן האבן קלארגעשטעלט אז עס איז געווען אן איזארלירטע אינצידענט און עס האט נישט קיין שייכות מיט טעראר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל