וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ארויסגעשיקט א מעסעדזש נעכטן אויף טוויטער, וואונדערנדיג זיך פארוואס זיין פארגייער באראק אבאמא האט גארנישט געטאן צו באקעמפן רוסלאנד'ס פרואוון צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן. "אבאמא איז געווען פרעזידענט ביז, און נאך, די 16' עלעקשאן. טא, פארוואס האט ער נישט געטאן עפעס וועגן רוסלאנד'ס אריינמישונג?" האט טראמפ געפרעגט רעטאריש. דאס איז געווען דער צווייטער טאג אין א צי וואס טראמפ האט געשריבן מעסעדזשעס צו באשולדיגן אבאמא איבער רוסלאנד'ס שריט, נאכדעם וואס עס איז פעסטגעשטעלט געווארן פאריגן פרייטאג אז רוסלאנד האט טאקע ווירקליך געטאן שריט צו באאיינפלוסן די וואלן. געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע זאגן, אז אבאמא'ס אפציעס ארויסצוקומען אין פובליק קעגן רוסלאנד, זענען געווען געצוימט, ווייל מען וואלט אים באשולדיגט אז ער זוכט צו העלפן פרוי קלינטאן מיט'ן ארויסקומען זאגן אז רוסלאנד וויל העלפן טראמפ.

בילד




טוויטס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל