פאזשאריקא – א סערביע-געבוירענער אטאקירער האט געשאסן א פלאש-באמבע אין ריכטונג פון דער אמעריקאנער אמבאסאדע אינעם לענדל מאנטענעגרא, און אין דער זעלבער צייט איז ער באגאנגען זעלבסטמארד דורכ'ן אויפרייסן א צווייטע באמבע. די אמבאסאדע האט נישט געליטן קיין שאדנס און קיינער אינעווייניג איז נישט פארוואונדעט געווארן, אבער ס'איז ערקלערט געווארן אז די אטאקע איז א סימפטאם פון דער אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן. דער אטאקירער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א געוועזענער נאענטער זעלנער פונעם געוועזענעם דיקטאטור סלאבאדען מילאסעוויטש, וועלכער האט געוועלטיגט אויף סערביע און מאנטענעגרא, און אצינד, מיט אינערליכע אנגעצויגנקייט אין מאנטענעגרא, ווערט באשולדיגט אז סערבישע אגענטן שטייען אונטער דער אנגעצויגנקייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל