וואשינגטאן – א שטודיע וואס די "רויטערס" נייעס אגענטור האט דורכגעפירט האט געוויזן, אז צוויי דריטל פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג זענען נישט אזוי רואיג מיט די צוקנופטיגע דרייווערלאזע אויטאס, און האבן א פחד זיך אריינצוזעצן אין אזא קאר און פארן. 27 פראצענט מענטשן וואס זענען געווארן אויסגעפרעגט האבן געזאגט אז זיי זענען יא רואיג און באקוועם מיט די דרייווערלאזע אויטאס, אבער א גרויסער טייל מענטשן וואס זענען אויסגעפרעגט געווארן האבן געזאגט אז זיי זענען נישט רואיג, און אז זיי וועלן זיך שפירן רואיגער מיט א מענטשליכן דרייווער, ווי מיט א ראבאט, צי א קאר וואס וועט פארן אליינס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל