קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ'ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט'ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע אליאירטע לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל