צוויי טעג פאר׳ן אנקומען צו די ווינטער אלימפיקס אין פיאנגיענג האט וויצע פרעזידענט פענס געלאזט הערן גאר שארפע רעטאריק קעגן דעם רעזשים אין נארט קארעא וועלכע ער האט אנגערופן די ״וועלטס ארגסטע רעזשים״ און פארשפראכן אז אמעריקע וועט לייגן פרישע שארפערע סאנקציעס קעגן דעם רעזשים, צולייגנדיג ״די סאנקציעס וועלן זיין די שווערסטע און מערסט אגרעסיווע סאנקציעס״. ער האט געמאכט דעם סטעיטמענט אין טאקיא ווי ער האלט זיך אויף פאר א קורצע באזוך, און עס ווערט געזען ווי א פרואוו צו פארזיכערן אז נארט קארעא בלייבט איזאלירט טראצדעם וואס זי באטייליגט זיך יעצט אין די אינטערנאציאנאלע שפילן אין סאוט קארעא.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל