ירושלים – אין א קלארער שריט פון התגרות באומות, האט די מדינת ישראל רעגירונג נעכטן געשאנקען לעגאלן סטאטוס פאר א מתנחל'ישער זידלונג, וועלכע איז ביז היינט געווען אוועקגעשטעלט אומאויטאריזירט און אומלעגאל. די רעדע איז פון דער חוות גלעד זידלונג, וועלכע געפינט זיך אינעם מערב ברעג, וואס רוב וועלט'ס לענדער באטראכטן דעם גאנצן ראיאן אלס אומלעגאל אקופירט דורך מדינת ישראל זינט יאר 967' און פארלאנגען אז דאס מוז צוריקגעגעבן ווערן פאר די אראבער. דער באשלוס צו לעגאליזירן חוות גלעד, קומט אלס נקמה צום מארד פון ר' רזיאל שבח הי"ד דורך א טעראריסט מיט א מאנאט צוריק, אבער ליידער קען די לעגאליזירונג נאר ברענגען מער בלוט פארגיסונג ה"י, און עקספערטן האבן אנגעצייגט אז דאס איז איינע פון די זידלונגען וועלכע זענען די טיפסטע אריין אין אראבישער טעריטאריע אינעם מערב ברעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל