נאכ'ן באזוך וואס פרעמיער מיניסטער נתני' האט נישט לאנג צוריק געמאכט קיין אינדיע, האט די אינדיע לופט-ליניע, 'עיר אינדיע', געמאלדן אז זי וועט אנהייבן צושטעלן רייזעס צו און פון ארץ ישראל.

די נסיעות צווישן ניו דעלהי און תל אביב וועלן נעמען פינף שעה, און דאס איז צום פארדאנקען דעם פאקט וואס סאודי אראביע האט געגעבן רשות פאר די פליגערס דורכצופליען העכער איר טעריטאריע.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס די איסלאמישע קעניגרייך דערלויבט אזא זאך פאר מדינת ישראל, און איז נאך א צייכן איבער די אנגעווארעמטע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, וואס קומט בעיקר אין אנבליק פון דער איראנישער געפאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל