מערילאנד – די פאליציי אויטאריטעטן אין באלטימאר, מערילאנד האבן געמאלדן, אז אן "אמנעסטיע" פראגראם וואס זיי האבן אונטערגענומען איבער פארקינג טיקעטס, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר סוקסעספול. דער פראגראם איז אונטערגענומען געווארן מיט עטליכע טעג צוריק, ווען די סיטי האט געמאלדן אז זיי וועלן אפמעקן אלע "סורטשארדזשעס" און צינזן פון סיי וועלכע פארנאכלעסיגטע פארקינג טיקעט, אויב דער טיקעט באזיצער וועט קומען און באצאלן דעם טיקעט אין לויף פון די קומענדיגע פאר טעג. אלעס אינאיינעם האט די סיטי קאסע אריינבאקומען העכער 2.1 מיליאן דאלאר פונעם פראגראם, וויבאלד מענטשן האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דער געלעגנהייט צו באצאלן אלטע ביליגע פארקינג טיקעטס, אן צו דארפן צאלן די פראצענטן וואס האבן זיך אנגעזאמלט דערויף. פאליציי דעפארטמענטס אין אנדערע גרויסע סיטיס אין אמעריקע באטראכטן אן ענליכן פראגראם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל