וואשינגטאן – דער סופרים קאורט שטערט איבערלעבער פון א 997' טעראר אטאקע צו קאנפיסקירן טייערע ווערדפולע פערסישע אנטיקן פון א שיקאגא מוזעאום. די רעדע איז פון א כאמאס טעראר אטאקע וואס האט פאסירט אין מדינת ישראל מיט 21 יאר צוריק, און די איבערלעבער האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן איראן, זאגנדיג אז איראן שטיצט כאמאס און דעריבער מוזן זיי באצאלן קאמפענסאציע פאר זייערע ליידן אין דער אטאקע. א פעדעראלע געריכט האט געהאט געגעבן רעכט פאר די געליטענע, אז זיי קענען באקומען 71.5 מיליאן דאלאר, און זיי האבן פרובירט צו פארכאפן רייכע איראנער אנטיקן וואס ליגט אין א שיקאגא מוזעאום, צו דעקן די געלטער, אבער דער סופרים קאורט האט געזאגט אז לעגאל קען מען דאס נישט טאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל