מאנהעטן – ניו יארק סיטי האט דערווייל נאכנישט אויסגעוועלט א פערזאן, צו דינען אלס דער אפיציעלער "נאכט מעיאר". מעיאר ביל דעבלאזיא האט מיט א האלב יאר צוריק געמאלדן אז ער שטעלט אוועק א נייע הויכראנגיקע פאזיציע אינערהאלב דער ניו יארק סיטי רעגירונג, נעמליך עמיצער וואס וועט דינען אלס "נאכט מעיאר", וואס באדייט אז ער וועט זיין געשטעלט אויף אלעס וואס קומט פאר אין ניו יארק סיטי אין די נאכט שטונדן, דאס הייסט די פילע אפענע רעסטוראנטן און געשעפטן, און די טוריסטן וועלכע לאזן נישט טיימס סקווער שטיין ליידיג אפילו פאר א סעקונדע אין לויף פון די נאכט שטונדן. דערווייל האט אבער דעבלאזיא נאכנישט געשטעלט עמיצן אנצופילן די פאזיציע, און קאונסילמאן ראפאעל עספינאל, וועלכער האט געהאלפן גרינדן די פאזיציע, זאגט אז עס וועט זיין אנגעפילט אין די קומענדיגע וואכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל