א איד איז היינט מאנטאג דערשטאכן געווארן צום טויט דורך אן אראבער, וועמען ס'איז געלונגען צו אנטלויפן פון ארט.

איתמר בן-גל הי"ד איז געשטאנען ביים אריינגאנג צו דער שטאט אריאל, ווארטנדיג צו כאפן א 'היטש' צו זיין הויז, אינעם ישוב 'הר ברכה', וואס געפינט זיך אויפ'ן הר גריזים, ווען אן אראבער איז צוגעלאפן צו אים און אריינגעשטאכן אין מעסער.

בן-גל איז אין דער איילעניש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז ער שוין נישט בין החיים.

מדינת ישראל קרעפטן האבן אנגעהויבן מיט מאסיווע זוכענישן נאכ'ן רוצח, וועלכער איז אנטלאפן צו א דערבייאיג אראביש דערפל.

דער קרבן, וועלכער האט געדינט אלס מלמד אין זיין ישוב, האט פאר'אבל'ט זיין פרוי און פיר קליינע קינדער.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל