פלארידע – א פרישע שטודיע צייגט אז די צאל מענטשן וועלכע זאגן אז זיי זענען צופרידן פון זייער ערפארונג ביים פליען אויף א פליגער, איז געפאלן פאראיאר. די יערליכע "עיר טרעוולערס אמעריקע" אויספארשונג, האט פובליצירט איר שטודיע פון יאר 17', און אזויפיל ווי 81 פראצענט האבן געזאגט אז זיי האבן געהאט א גוטע ערפארונג ביים פליען. דער פראצענט איז טאקע אסטראנאמיש-גרויס, אבער עס איז נידריגער ווי די 85 פראצענט וואס האבן געזאגט אז זיי זענען צופרידן געווען, אין יאר 16'. די עקספערטן וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע זאגן, אז עס איז בכלל נישט קיין סורפרייז אז די צאל צופרידענע פלי-רייזנדע איז געפאלן, וויבאלד פליגערס זענען געווען מער אנגעפילט אין לויף פון יאר 17', צוליב פאלנדע טיקעט פרייזן און א גוטע עקאנאמיע, וואס האט געברענגט מער מענטשן זיך צו ערלויבן פלי רייזעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל