אין די צייט וואס סאוט קארעא פרובירט צו האלזן איר שכן און ערלויבט פאר צפון קארעא צו אנטייל נעמען אין די אינטערנאציאנאלע שפילן וואס קומען אצינד פאר אין איר הויפטשטאט טוט אבער די טראמפ אדמינסטראציע ווייטער אנהאלטן איר שטייפע ליניע קעגן דעם רעזשים, און דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז וויצע פרעזידעט פענס וועט ספעציעל פארן קיין סאוט קארעא צו ארויסהייבן די געפאר וואס נארט קארעא שטעלט פאר די וועלט און זיכער מאכן אז זי שטעלט נישט קיין שיין פנים פאר די וועלט. דער וויצע פרעזידענט וועט אפהאלטן עפנטליכע פארזאמלונגען אין וועלכע ער וועט דערמאנען די וועלט איבער די ברוטאליטעט פונעם רעזשים און די געפאר וואס זי שטעלט פאר די וועלט.  דער וויצע פרעזידענט לאזט זיך היינט ארויס און וועט אפשטאטן א באזוך אין אלאסקע און אין יאפאן אונטערוועגנס.

בילד: וויצע פרעזידענט פענס וועט אונטערשטרייכן געפאר פון נארט קארעא אין לויף פון אלימפישע שפילן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל