ניו יארק – דער ניו יארק טיימס זאגט, אז זי האט אין לויף פון יאר 17' פארדינט איבער איינס און א האלב ביליאן דאלער, אן אכט פראצענט שפרינג פון יאר 16', וואס קומט א דאנק א שטארקן וואוקס פון מענטשן וואס זענען "סובסקרייבערס" פאר'ן טיימס אנליין. אלעס אינאיינעם האט דער טיימס צובאקומען פרישע 157 טויזנט אנליין סובסקרייבערס אין לויף פונעם לעצטן פערטל יאר 17', און ביים ענדע פון יאר 17' האט דער טיימס געהאט איבער צוויי און א האלב מיליאן אנליין סובסקרייבערס. אי-קאמערץ אנאליסטן האבן דאס באצייכנט אלס א גאר גוטער איבערווייז אז די וועלט פון אנליין מידיא און בכלל אנליין ביזנעסער טוט נאר שטייגן מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג, און דאס האט מען זיך אויך איבערצייגט נעכטן, ווען "טוויטער" האט געמאלדן אז צום ערשטן מאל אין איר 12 יאר עקזיסטענץ, האט זי געמאכט א פראפיט, פארדינענדיג אינעם לעצטן פערטל יאר 17' 91 מיליאן דאלאר.

בילד: אנליין ביזנעס פראפיט באריכטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל