וואשינגטאן – רויטערס באריכטעט, אז די פעדעראלע רעגירונג האט דערווייל פארנאכלעסיגט מיט איר אויספארשונג אויף "עקוויפעקס". די קרעדיט מאניטערינג פירמע "עקוויפעקס" האט געליטן פון א מאסיווע העקעריי אטאקע, וועלכע האט געשטעלט אין געפאר די האקעלסטע פריוואטע און פינאנציעלע אינפארמאציע פון ארום 150 מיליאן אמעריקאנער בירגער, און די נייעס פון דער העקעריי איז שוין ארויסגעקומען פארלאפענעם סעפטעמבער. מען האט שפעטער געהערט אויפדעקונגען אז די פירמע האט פאר א לאנגע צייט געהאט פארדעקט דעם אמת איבער דער העקעריי, און די פעדעראלע רעגירונג, ספעציפיש די "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא", האט פארשפראכן דאס אויסצופארשן. למעשה, שטייענדיג 5 מאנאטן שפעטער, רירט זיך נישט די אויספארשונג.

בילד: עקוויפעקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל