וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז די אידישע געמיינדע אינעם ראיאן פון דער אמעריקאנער הויפטשטאט וואשינגטאן די-סי, איז שטארק געוואקסן כ"י אין די לעצטערע יארן, און עס האלט שוין היינט ביי אזויפיל ווי דריי הונדערט טויזנט אידן אין וואשינגטאן זעלבסט און אין די ארומיגע געגנטער פון מערילאנד און ווירדזשיניע. די ציפערן צייגן אז דער וואשינגטאן די-סי ראיאן פארמאגט יעצט די דריט-גרעסטע אידישע געמיינדע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט ניו יארק/ניו דזשערסי בלייבנדיג אלס דער נומער איינס, האבנדיג 1.2 מיליאן אידישע איינוואוינער, און לאס אנדזשעלעס איז נומער צוויי, מיט אביסל מער ווי א האלב מיליאן אידישע איינוואוינער. עס איז נישט קלאר ליידער, וויפיל פראצענט פון די אלע אידן אינעם וואשינגטאן די-סי ראיאן זענען רעליגיעז, אבער די שטודיע צייגט אז 82 פראצענט האבן געזאגט אז זיי מאכן א סדר אום פסח און אז זיי צינדן חנוכה לעכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל