אטענס — אויטאריטעטן אין לאנד מאקעדאניע האבן אנגעהויבן ערזעצן שאסיי שילדן, לענגאויס די גרעסטע הייוועי אין לאנד, וועלכע טראגט דעם נאמען פון אלכסנדר מוקדון, אלס א צייכן פון רעספעקט און גוט-ווילן פאר גריכנלאנד. מאקעדאניע און גריכנלאנד שלאגן זיך ארום שוין די לעצטע 25 יאר, וויבאלד גריכנלאנד וויל אז מאקעדאניע זאל נישט רופן זייער לאנד ביי דעם נאמען, וויבאלד דער נאמען באלאנגט צום היסטארישן מאקעדאניע ראיאן אין גריכנלאנד, אויפ'ן נאמען פון בארימטן אלכסנדר מוקדון. צו צייגן פאר גריכנלאנד אז זיי זענען זיך גרייט צו בייגן און זוכן זיך נישט איינצורייסן, האט מאקעדאניע אנגעהויבן אראפנעמען די "אלכסנדר מוקדון" שילדן פונעם גרויסן שאסיי, וועלכע וועט באקומען דעם נייעם נאמען "פריינטשאפט". אויך דער גרויסער "אלכסנדר מוקדון לופטפעלד" וועט באקומען א נייעם נאמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל