וואשינגטאן – א שטורעם האט נעכטן אויסגעבראכן, ווען "פאקס ניוז" האט באריכטעט אז טעקסט מעסעדזשעס, וואס זענען אויסגעטוישט געווארן צווישן עטליכע אנטי-טראמפ עף-בי-איי אגענטן, צייגן אז די אגענטן האבן גערעדט צווישן זיך אז זיי דארפן צוגרייטן א הויפן אינפארמאציע פאר דאן-פרעזידענט אבאמא, וועלכע "וויל אלעס וויסן" איבער דער אויספארשונג אויף הילערי קלינטאן. דאס האט געברענגט באשולדיגונגען אז אבאמא האט מאניפולירט און קאנטראלירט די עף-בי-איי'ס קלינטאן אויספארשונג, צו פארזיכערן אז זי גייט ארויס ריינגעוואשן.

טראמפ האט זיך ארויפגעכאפט דערויף און קאמענטירט אז "די נייע עף-בי-איי טעקסט מעסעדזשעס זענען א באמבע", אבער למעשה האט דער "וואל סטריט זשורנאל" שפעטער אויסגעקלארט אז די אגענטן וועלכע האבן געשריבן אז אבאמא "וויל אלעס וויסן", איז געווען איבער רוסלאנד'ס פרואוון צו באאיינפלוסן די וואלן, און גארנישט שייכות מיט קלינטאן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל