פלארידע – א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געזאגט, אז זי וועט אויסהערן דעם אפיעל וואס די אידישע געמיינדע אין באקא ראטאן וויל אריינגעבן, מיט אנקלאגעס קעגן דער לאקאלער רעגירונג איבער בלאקירן זייער געפלאנטן גרויסן קאמפלעקס וועלכע וועט פארמאגן א בית המדרש, א פאלקס-קיך און פילע אנדערע איינריכטונגען, און לויט די פלענער וועט דער קאמפלעקס באשטיין פון אכצן טויזנט סקווער פיס און וועט אפקאסטן צען מיליאן דאלאר. דער פראיעקט פארשלעפט זיך שוין פיל יארן, וויבאלד לויט די עקזיסטירנדע זאונינג געזעצן האבן זיי דאס נישט געקענט בויען, ווייל עס איז א "רעזידענשאל" געגנט, און די אויטאריטעטן ווילן נישט טוישן די געזעצן צו אקאמאדירן די אידישע געברויכן, און אצינד וועלן די טענות פון די אידן געהערט ווערן אין פעדעראלן אפעלאט געריכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל