באסטאן – א פארמאסיסט אין מאסעטשוסעטס, וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין פארבינדונג מיט א טויטליכער פארשפרייטונג פון די "מענינדזשייטיס" קרענק אין יאר 2012, איז פאראורטיילט געווארן נעכטן צו אכט יאר טורמע, און ער וועט אנהייבן דינען זיין טערמין אין א מאנאט ארום.

נאענט צו אכציג מענטשן זענען אומגעקומען און ארום 800 זענען ערנסט קראנק געווארן פון די מענינדזשייטיס אויסברוך, וואס האט זיך פארשפרייט דורכדעם וואס די "ניו ענגלאנד קאמפאונדינג צענטער" פארמאסוטיקל פירמע האט פארקויפט סטעראיד-מעדיצינען וועלכע זענען געווען פארפּעסטיגט מיט שימל און אנדערע באקטעריע, און דער פארמאסיסט גלען טשין איז געשטאנען אין שפיץ פון דער אפעראציע פון פארקויפן די מעדיצינען. אצינד וועט ער זיצן 8 יאר אין טורמע, טראץ וואס די פראקורארן האבן עכט פארלאנגט 35 יאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל