אידישע וועטער באריכט


עס איז טאקע הערליך געווארן היינט נאכמיטאג, מיט טעמפּעראַטורס אין די 60'ערס ביז ארום 70. היינט נאכט ווערט נאכאמאל פארוואקענט און פארנעפעלט, אבער עס בלייבט זייער מילד. מיטוואך וועט זיין נאך ווארעמער ווי היינט, מיט 70'ערס כמעט איבעראל אויסער נאנט צום ים. די טעפ פון פרילינג ענדיגט ביי מיטוואך נאכט, ווען א קאלטע פראנט ריקט זיך פארביי דאנערשטאג, קען זיין מיט א 30 דעגרי קעלטער מיט טעמפּעראַטורס נאר אין די 40'ערס. רעגן און שויערס קומען אויך צוריק, מיט מעגליכקייטען פאר רעגן ביז מאנטאג צופרי. עס קען אויך ווערען קאלט גענוג דאנערשטאג נאכט און פרייטאג צופרי, פאר פריזינג רעגן אדער אייז, ספעציעל אפסטעיט. קומענדיגע וואך זעהט דערווייל אויס צו זיין מער נארמאל און קיהל פאר סוף ווינטער.

פאר די פורים וועטער, אויפן ערשטע בליק קען זיין זוניג און קיהל, מיט טעמפּעראַטורס אין די 40'ערס בייטאג און 20/30'ערס ביינאכט.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט☁️55
מיטוואך-🌤74
נאכט-☁️/🌧?42
דאנערשטאג -☔️45
פרייטאג-☔️45
שבת-🌧?57
זונטאג-🌧52
מאנטאג-🌤52
דינסטאג-🌤48

לעיקוואוד
היינט נאכט☁️52
מיטוואך-🌤75
נאכט-☁️/🌧?45
דאנערשטאג -☔️47
פרייטאג-☔️47
שבת-🌧?56
זונטאג-🌧54
מאנטאג-🌤52
דינסטאג-🌤48

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט☁️47
מיטוואך-🌤74
נאכט-☁️/🌧?36
דאנערשטאג -☔️40
פרייטאג-⛷☔️40
שבת-🌧?52
זונטאג-🌧48
מאנטאג-🌤48
דינסטאג-🌤45

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט🌧38
מיטוואך-🌧?48
נאכט-☁️🌛20
דאנערשטאג -🌤27
פרייטאג-❄️35
שבת-🌤37
זונטאג-🌧40
מאנטאג-🌤37




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל