פארקלענד אידישע געמיינדע צעטרייסלט מיט עטליכע קרבנות הי"ד

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א טיף-עמאציאנעלע רעדע, אדרעסירנדיג דאס אמעריקאנער פאלק אין שאטן פון דער ברוטאלע מאסן שיסעריי וואס האט פאסירט מיטוואך, מיט 17 פאטאליטעטן. טראמפ האט געזאגט אז גאנץ אמעריקע שפירט מיט דעם שמערץ פון די פאמיליעס פון די אומגעקומענע און די פארוואונדעטע, און ער האט פארשפראכן צו פארן קיין פלארידע זיך צו טרעפן מיט די געליטענע.

דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער זעט איין, ווי עס קומען פאר צופיל שיסערייען אין שולעס, און ער וויל פארזיכערן יעדעס קינד אין גאנצן לאנד, אז קיינער איז נישט אליינס, און ער וועט ארבעטן אויף א פלאן איינצושטעלן בעסערע זיכערהייט מאסנאמען אין שולעס איבער'ן לאנד, צו פארזיכערן אז אזעלכע שיסערייען וועלן זיך מער נישט איבערשפילן. אויך האט טראמפ פארארדענט, אז די פענער איבער'ן לאנד זאלן ווערן גענידערט.

אין דער זעלבער צייט, האט מען נעכטן געהערט מער דעטאלן ארום דער שרעקליכער שיסעריי, און באזונדער דעם טרויעריגן פאקט אז צווישן די זיבעצן פאטאליטעטן זענען געווען 6 אידישע קרבנות, וואס 4 זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס מעדאו פאלאק הי"ד, דזשעימי גאטענבערג הי"ד, אלעקס שעכטער הי"ד און אליזה אלהאדאף הי"ד – און די לאקאלע אידישע געמיינדע אין פארקלענד, פלארידע איז דערפון שטארק צעטרייסלט.

ר' יושע ביסטאן הי"ו, לאקאלער רב און אקטיוויסט אין דער פארקלענד געגנט, האט נעכטן אפגעשריבן הארצרייסנדע דעטאלן, וויאזוי ער איז ארומגעלאפן א גאנצע נאכט אין שפיטעלער, און נאכאנאנד געהערט פון פרישע אידישע סטודענטן צווישן די פארוואונדעטע און אומגעקומענע. ר' יושע הי"ו האט געזאגט אז מען ארבעט העפטיג מיט'ן לאקאלן שעריף סקאט איזראעל, צו פארזיכערן כבוד המת.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל