יוסטאן – די פירערשאפט פונעם "יונייטעד ארטאדאקס" שוהל אין יוסטאן, טעקסאס זאגן אז זיי זענען נישט זיכער אז דער שוהל וועט זיך קענען ווידער-עפענען, און מען וועט מעגליך מוזן איינווארפן די גאנצע געביידע, וויבאלד ס'איז שטארק געשעדיגט געווארן אינעם מאסיוון האריקעין הארווי וועלכע האט באטראפן יוסטאן פארגאנגענעם זומער. דער שוהל געפינט זיך אין צענטער פונעם מעיערלענד געגנט, וואו עס וואוינען טויזנטער אידישע פאמיליעס. פילע שוהלן פון דער געגנט זענען פארפלייצט געווארן, און ארום 2 טויזנט אידישע פאמיליעס האבן זיך ביז יעצט נאכנישט געהעריג צוריקגעקערט צוליב וואס זייערע הייזער זענען שווער געשעדיגט און פארפלייצט געווארן, אבער דער דערמאנטער שוהל האט געליטן אזעלכע שווערע סטרוקטורעלע שאדנס, אז עס איז מעגליך א געפאר אריינצוגיין און דאווענען דארטן. די שוהל פירערשאפט האט פארארדענט אינזשענירן איבערצוקוקן דעם סטרוקטור און באשליסן.

בילד: יונייטעד ארטאדאקס שוהל אין יוסטאן


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל