אטלאנטא – די גרויסע פארמאסי געשעפטן-נעץ "סי-ווי-עס", האט נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן נוצן די איבריגע געלטער, וואס זיי פארדינען אדאנק דעם היסטארישן שטייער רעפארם געזעץ וואס קאנגרעס און פרעזידענט טראמפ האבן באשטעטיגט, אויף צו הייבן די מינימום געהאלט פאר אירע נייע ארבעטער, פון 9 דאלאר א שעה צו 11 דאלאר א שעה, און אויך וועט זי הייבן די געהעלטער פון אלע אירע 240,000 ארבעטער איבער'ן לאנד. באזונדער וועט זי צושטעלן פאר אלע פול-טיים ארבעטער 4 וואכן פון "פאמיליע אורלויב" און נישט הייבן זייערע העלט אינשורענס קאסטן פאר איין גאנצן יאר. די נייעס קומט א דאנק דעם שטייער רעפארם געזעץ, און אויך נאכדעם וואס סי-ווי-עס האט באריכטעט בעסער-ווי-דערווארטעטע פארדינסטן אינעם לעצטן עקאנאמישן פערטל, פארדינענדיג 3.29 ביליאן דאלאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל