ווארשא – דער קאנטראווערסיאלער געזעץ פארשלאג אין פוילן, וועלכע וועט דערקלערן אומלעגאל צו באשולדיגן פוילן אלס ראלע-שפילער אינעם האלאקאוסט ביים צווייטן וועלט קריג, האט זיך נעכטן גערוקט פאראויס, ווען דער פוילישער סענאט האט געשטימט צו באשטעטיגן דאס געזעץ, און אצינד דארף עס נאר האבן אן אונטערשריפט פון פרעזידענט אנדרעי דודא, וועלכער האט שוין געזאגט אז ער שטיצט דאס געזעץ הונדערט פראצענטיג. דער געזעץ פארשלאג האט אנגעדרייט אן אינטערנאציאנאלן שטורעם, וויבאלד היסטאריקער און עקספערטן זאגן אז ס'וועט איינצוימען און רעגולירן וויאזוי מ'רעדט פונעם האלאקאוסט, און ס'וועט נישט ערלויבן צו רעדן פון דער פאקטישער ראלע וואס פילע פאלאקן האבן בפירוש געשפילט דערין. די קאנטראווערסיע איז געגאנגען אזוי ווייט, אז מדינת ישראל און אמעריקע סטראשען אפצוהאקן באציאונגען מיט פוילן, אויב דאס געזעץ גייט טאקע אריין אין קראפט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל