וואשינגטאן – פרישע אנאליזן איבער'ן בודזשעט פארשלאג וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויסגעשטעלט פארגאנגענע וואך, מיט א מאסיווע 4.4 טריליאן בודזשעט פארשלאג פאר יאר 19', צייגן אז טראמפ וויל גענצליך עלימינירן דעם קריטיש-וויכטיגן "היעפ" פראגראם, וועלכע שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר ארימע פאמיליעס וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן די הייצונג בילס אין די ווינטער מאנאטן. פאראיאר האט די טראמפ אדמיניסטראציע עס אויך געוואלט שניידן, אבער קאנגרעס האט איגנארירט און צוגעשטעלט גאנצע דריי ביליאן דאלער אנצוהאלטן דעם פראגראם, און אצינד פרובירט די טראמפ אדמיניסטראציע נאכאמאל צו לייגן דרוק אויף קאנגרעס, צו שניידן דעם פראגראם, זאגנדיג אז ס'איז דורכגעפוילט מיט שווינדל און עס איז נישט אזוי וויכטיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל