וואשינגטאן – די עף-בי-איי האט מודה געווען, אז זי האט פארפאסט אן ערנסטן שאנס צו מעגליך פארמיידן די ברוטאלע מאסן שיסעריי וואס האט פאסירט פארגאנגענע וואך מיטוואך אינעם לאקאלן הויך-שולע אין פארקלענד, פלארידע, מיט 17 פאטאליטעטן.

ווי מען האט געהערט, האט אום יאנואר 5, דאס הייסט איינס און א האלב מאנאט צוריק, איינער אריינגערופן צו די עף-בי-איי׳ס "פובליק עקסעס" טעלעפאן ליניע און געווארנט אז ער איז א נאענטער פריינט פון ניקאלעס קרוז און איז באזארגט איבער זיין אויפפירונג. דער פריינט האט געזאגט אז קרוז האט א גאן, און ער פירט זיך אויף זייער ווילד און רעדט פון א פלאן דורכצופירן א סקול שיסעריי.

לויט די עף-בי-איי פראטאקאלן, וואלטן אגענטן געדארפט אויספארשן מער גרונטליך נאכ'ן באקומען דעם טעלעפאן קאל, אבער פאר אומבאקאנטע סיבות, איז גארנישט געטאן געווארן דערצו, און די גאנצע זאך איז איגנארירט געווארן. קרוז האט ווייטער געקענט האלטן זיינע גאנס אומגעשטערט, ביז ער האט דורכגעפירט די סקול שיסעריי פארגאנגענעם מיטוואך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל