אין א פרואוו צו געפינען די אריגינעלע אייגנטימער פון א צאל קונסט-ווערק וואס די נאציס האבן צוגענומען פון אידן דורכאויס דעם חורבן, האט די פראנצויזישע 'לואוו' מוזעאום זיי ארויסגעשטעלט צו דער עפנטליכקייט.

די רעדע איז פון 31 מאלערייען וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן אויף א פראמינענט פלאץ אין מוזעאום, וואס איז קווארטירט אין פאריז.

אין סך הכל פארמאגט דער 'לואוו' 296 קונסט-ווערק פון פארשידענע סארטן, וואס קומען פון אידישע אייגנטימער פון וועמען די נאציס האבן זיי באראבעוועט.

בילד: לואוו מוזעאום שטעלט ארויס נאצי-גערויבטע קונסט-ווערק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל