* די עף-בי-איי האט באשטעטיגט באריכטן, אז זיי האבן שוין פאריגן סעפטעמבער באקומען א ווארענונג פון עמיצן, וועלכער האט באמערקט א געשריבענעם אנליין קאמענטאר פון דעם פארשוין ניקאלעס קרוז, אז ער גרייט זיך דורכצופירן א שולע שיסעריי. די עף-בי-איי זאגט אז זיי האבן עס פרובירט אויסצופארשן, נאר היות זיי האבן נישט געקענט דערגיין אויף קרוז'ס שפורן, האבן זיי זיך אפגעלאזט דערפון.

* פאמיליע און נאענטע צום שיסער ניקאלעס קרוז זאגן, אז ס'איז שטארק מעגליך אז זיין מוטער'ס טויט האט אים געמאכט נאך מער גייסטיש צערודערט און געפירט דערצו אז ער זאל דורכפירן די שיסעריי. די נאענטע זאגן אז קרוז'ס מוטער, וועלכע האט אים אדאפטירט אלס קליין קינד, איז געשטארבן פארלאפענעם נאוועמבער נאכ'ן ליידן פון די פלו, און דאס האט אים שטארק בארירט.

* דזשארדען דזשערעב, דער פירער פון א ווייסע ראסיסטישע גרופע ביים נאמען "רעפובליק אוו פלארידע", איז נעכטן ארויסגעקומען און געזאגט אז דער שיסער ניקאלעס קרוז האט טיילווייז באלאנגט צו זיין גרופע. לויט דזשערעב, האט קרוז אנטיילגענומען ביי עטליכע טרענירונגען וואס די גרופע האט דורכגעפירט, זיך צו לערנען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט וואפנס און אנדערע מיליטערישע-סארט טרענירונגען.

* מען האט געהערט פון עטליכע העראאישע געשיכטעס, אריינגערעכנט א ספארטס לערער, וועלכער האט זיך געשטעלט פארנט פון זיינע סטודענטן, דינענדיג ווי א מענטשליכער פאנצער בשעת דער שיסער האט געשאסן, און דער לערער איז אומגעקומען; א רייניגער וועלכער האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן און געפירט די קינדער צו א פארזיכערט ארט, און א לערערין וועלכע האט באהאלטן 19 קינדער אין א קלאזעט.

* די אישו פון גאן קאנטראל איז נעכטן אויפגעקומען, און מען האט געהערט פון פילע דעמאקראטן, אריינגערעכנט פון געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, אז קאנגרעס מוז עפעס טאן איינצוצוימען גאן פארקויף פאר מענטשן מיט גייסטישע קרענק. אויך דער רעפובליקאנער פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט גערופן פאר שריט איבער גאן פארקויף, אבער קאנגרעס ספיקער פאול רייען האט עס אוועקגעמאכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל