מאנהעטן – א פרישע אנקעטע צייגט, אז א מערהייט ניו יארק סיטי וויילער, ווילן נישט אז מעיאר ביל דעבלאזיא זאל לויפן פאר פרעזידענט. עס איז נישט קיין סוד אז דעבלאזיא חלומ'ט שטארק פון לויפן אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס אין יאר 2020, פאר א שאנס צו לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ, אבער אן אנקעטע פון "קוויניפיאק" צייגט אז 78 פראצענט ניו יארק סיטי וויילער זאגן, אז זיי ווילן נישט דעבלאזיא אלס פרעזידענט, קעגן בלויז 15 פראצענט וועלכע זאגן אז זיי וואלטן אים יא געוואלט זען אין אוועל אפיס. דער דעטאל פון די אנקעטע וואס איז דאס מערסטע שאקירנד, איז דער פאקט אז אפילו צווישן דעמאקראטן זאגן אזויפיל ווי 71 פראצענט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט אין א פרעזידענט דעבלאזיא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל