לאנדאן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז זי קלערט ערנסט פון זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן אפמאך וואס זי האט געשלאסן מיט דער מערב וועלט אין יאר 15'. די ווארענונג איז געקומען פונעם איראנער דעפיוטי אויסערן מיניסטער, אבאס אראקטשי, וועלכער האט אויפגעטרעטן אין לאנדאן, זאגנדיג אז דערווייל האט איראן נאכנישט געזען גענוג אויסלענדישע אינוועסטמענטס אין איר לאנד, אז ס'זאל זיך איר לוינען אנצוהאלטן דעם נוקלעארן דיעל. די סטראשע פון אראקטשי איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס די יו-ען אטאמישע ענערגיע אינספעקטארס האבן ארויסגעגעבן זייער פערטל-יאר באריכט און געזאגט אז איראן האלט זיך דערווייל צו אלע פונקטן פונעם אפמאך, דורכ'ן נישט אנטוויקלען מער נוקלעארע ענערגיע ווי דער דיעל האט ערלויבט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל