פוילן – צוויי שטיקער פון דער וואנט וועלכע האט ארומגענומען דעם ווארשעווער געטא ביים צווייטן וועלט קריג, דארף ווערן צוגעלייגט אויף דער ליסטע פון היסטארישע מאנומענטן, האט א לאקאלער באאמטער אין פוילן פארלאנגט. דער פארשלאג פונעם באאמטן איז אז די רויטע שטיקער ציגל-וואנט, וועלכע שטייען נאך ביים אדרעס פון 53 סיענא סטריט פונעם אמאליגן געטא, זאל ווערן באשיצט און נישט מעגן ווערן אומגעווארפן ביי צוקונפטיגע קאנסטרוקציע פראיעקטן, כדי עס זאל דינען אלס עדות פאר דער היסטאריע פונעם געטא פאר די קומענדיגע דורות. לאקאלע איינוואוינער האבן אצינד 2 וואכן צו שטימען איבער'ן פארשלאג, און א מערהייט זענען מסכים ס'זאל פארבלייבן אן אייביגע געדענקמאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל