שטייענדיג אט אט ביי נאך א קריזיס און א מעגליכע רעגירונג שאט-דאון האט סענאטאר דשאן מ׳קעין אינאיינעם מיט׳ן דעמאקראטישער סענאטאר קריסטאפער קאָן פארגעשטעלט אן אומפארטייאישע פשרה איבער אימיגראציע אין א פרואוו צו ברענגען א לעזונג צום פראבלעם וואס פארלאזירט וואשינגטאן, די ביל שלאגט פאר צו שענקן בירגעשאפט אויף א שטאפלווייזע פארנעם פאר ארום 1.8 אומקאקומענטירטע אימיגראנטן, פיל מער פון די 700,000 וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דאק״א, און גלייכצייטיג שטעלט עס צו די נויטיג פאנדן צו פארשטערקערן די זיכערהייט ביים גרעניץ. א ענליכע פארשלאגט ליגט אויפ׳ן טיש אין קאנגרעס און געניסט פון אומפארטייאישע שטיצע פון 54 קאנגרעסלייט, 27 פון איטליכער פארטיי.

 בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל