יאפאן – אן אינטערעסאנטער באריכט אין דער "אויסטראליע פיינענשאל ריוויו" פובליקאציע דעקט אויף, אז עס טוט זיך שטילערהייט פארמירן אן אליאנץ צווישן עטליכע לענדער, מיט'ן ציל אפצושוואכן און באקעמפן כינע'ס שטייגנדע אינטערנאציאנאלע איינפלוס. כינע האט אין דער לעצטער שטיק צייט אונטערגענומען א מאסיווע "בעלט און ראוד" אינפראסטרוקטור פראיעקט, אין ווערד פון איין טריליאן דאלאר, וועלכע וועט פארבינדן כינע מיט זיבעציג לענדער לענגאויס פיר קאנטינענטן, דורך אוועקשטעלן נייע באן שינעס, שיף פארטן און אונטערערדישע פייפליינס, וואס די אנטוויקלונג ברענגט זארג אז כינע באקומט צופיל איינפלוס און מאכט איבער דער וועלט. דער פרישער באריכט צייגט, אז אמעריקע, יאפאן, אינדיע און אויסטראליע, קלערן פון שאפן א פרישן אליאנץ פון אינפראסטרוקטור און אנדערע פראיעקטן, אפצושוואכן כינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל