פלארידע – ווייסע הויז באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ וועט דעם מיטוואך אפהאלטן א ספעציעלע "אויסהערונג סעסיע" מיט לערער און סטודענטן פון דער "מארדזשארי סטאונמען דאגלעס" הויך-שולע, וואו עס האט פאריגע וואך מיטוואך פאסירט די שרעקליכע מאסן שיסעריי מיט זיבעצן פאטאליטעטן, און דאנערשטאג וועט טראמפ זיך טרעפן מיט סטעיט און לאקאלע באאמטע אין פלארידע, צו דיסקוסירן שולע זיכערהייט אישוס. דאס ווייסע הויז האט נישט געזאגט צי ס'וועט ערלויבט ווערן אויפגעברענגט צו ווערן די אישו פון "גאן קאנטראל" ביי דער אויסהערונג סעסיע מיט די סטודענטן, און עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען, צי דאס ווייסע הויז וועט ערלויבן א גרופע פון 5 סטודענטן – וועלכע האבן נעכטן געגעבן עטליכע שארפע אינטערוויוען צו קאמפיינען פאר גאן-קאנטראל און אראפרייסן פרעזידענט טראמפ – אנטיילצונעמען ביי דער סעסיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל